
וועגן די מלוכישע מוזיק־אַדמיניסטראַציע
אונדזערע אָרגאַניזאַציעס זאַמלען אײַן, היטן אָפּ, פּרעסערווירן, בויען אויף קענטעניש און מאַכן צוטריטלעך די קולטורעלע ירושה פֿון מוזיק, טעאַטער און טאַנץ.
אַ טײל פֿון דער מלוכישער מוזיק־אַדמיניסטראַציע
די מוזיק־אַדמיניסטראַציע שליסט אײַן פֿינף אָרגאַניזאַציעס. אונטן קען מען לײענען מער וועגן דער אַרבעט בײַ די אָרגאַניזאַציעס און זײערע פֿאַרשיידענע אַחריות.

Caprice Music / קאַפּריז מיוזיק
קאַפּריז מיוזיק גיט אַרויס קינסטלעריש אינטערעסאַנט מוזיק מיט שײַכות צו דער קולטורעלער ירושה, למשל קלאַסישע און הײַנטצײַטיקע מוזיק, עלעקטראָ־אַקוסטישע מוזיק, דזשעז און פֿאָלקס־ און וועלט־מוזיק.

Elektronmusikstudion EMS / דער עלעקטראָנישער סטודיאָ, EMS
דער עלעקטראָנישער סטודיאָ איז אַ נאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר עלעקטראָ־אַקוסטישער מוזיק און קלאַנג־קונסט. EMS באָט אָן סטודיאָס און אויסבילדונגען פֿאַר שוועדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלערס און קאָמפּאָזיטאָרן.

Musik- och teaterbiblioteket / די מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק
די מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק איז די ספּעציעלע ביבליאָטעק פֿאַר מוזיק, טעאַטער און טאַנץ, צוטריטלעך פֿאַרן גאַנצן שוועדן. דאָ זענען פֿאַראַן נאָטן צו אָראָפּלאָדן, מאַנוסקריפּטן, ליטעראַטור און אײנציקע אַרכיוו־מאַטעריאַלן פֿון דעם 12טן יאָרהונדערט ביז הײַנט.

Scenkonstmuseet / דער סצענעקונסט־מוזײ
דער סצענעקונסט־מוזיי איז אַ מלוכישער מוזײ פֿאַר מוזיק, טעאַטער און טאַנץ. דאָ קומט מען נאָענט צו דער קונסט, מע טרעפֿט זיך מיט די שאַפֿערס און מע לערנט זיך וועגן זייער אַרבעט. דערצו קען מען אַלײן פּרובירן צו שאַפֿן עפּעס! די גרויסע זאַמלונג פֿון דעם מוזיי האָט מען אויפֿגעבויט אין משך פֿון איבער 100 יאָר.

Svenskt visarkiv / דער שוועדישער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער
דער אַרכיוו פֿאַר זינג־לידער זאַמלט אײַן, פֿאָרשט און דערציילט וועגן דער קולטורעלער ירושה אין שוועדן מיט שײַכות צו פֿאָלקסמוזיק, זינג־לידער, עלטערע פֿאָלקישע מוזיק, דזשעז און פֿאָלקס־טאַנץ. אַ פֿאָרשונג־אַרכיוו וואָס איז אָפֿן פֿאַר אַלע.
אַזוי פֿירט מען אָן מיט דער מלוכישער מוזיק־אַדמיניסטראַציע
אַ גענעראַל־דירעקטאָר, אָנגעשטעלט פֿון דער רעגירונג, פֿירט אָן מיט דער אַרבעט פֿון דער מוזיק־אַדמיניסטראַציע. אַ גרופּע בעל־הביתים און אַ ראָט אָבסערװאַטאָרן העלפֿן דעם גענעראַל־דירעקטאָר צו מיט דער אַרבעט.
דער ראָט אָבסערװאַטאָרן
דער ראָט אָבסערװאַטאָרן אַרבעט מיטן צוגעבן קענטעניש, קענטשאַפֿט און עצות צום מלוכישן דירעקטאָר. דער ראָט זאָל אויך פֿאַרזיכערן אַ דעמאָקראַטישע אָבסערװאַציע און אַ בירגערלעכע השפּעה.
די רעגירונג באַשטימט די מיטגלידער פֿונעם ראָט, וועלכע בכלל טרעפֿן זיך פֿיר מאָל אַ יאָר.
מיטגלידער
דראַגאַנאַ קוסאָווסקי מאַקסימאָוויץ, בעל־הביתטע בײַם סווען־העריס קונסט־מוזײ
מאַגנוס לאַרסאָן, גענעראַל־דירעקטאָר בײַ דער אינסטאַנץ פֿאַר צוטריטלעכע מעדיומס
נאַדיאַ טשאַטי, מוזיק־פֿאַרלעגער און קלוב־פּראָדוצענט, יוניװערסאַל מיוזיק פּאַבלישינג גרופּ
לאַרס אילסהאַמאַר, היסטאָריקער, IT־קענער, זשורנאַליסט, דער פֿריערדיקער וויצע מלוכישער ביבליאָטעקער בײַ דער קיניגלעכער ביבליאָטעק
פֿאַראָרדענונג מיט אינסטרוקציעס
די מוזיק־אַדמיניסטראַציע איז אַ טייל פֿונעם קולטור־דעפּאַרטעמענט. די אינסטאַנץ אַרבעט מיט און טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן פֿעסטשטעלן אַן אַזוי גערופֿענע פֿאַראָרדענונג מיט אינסטרוקציעס פֿון דער רעגירונג (אויף שוועדיש).
רעגולירונג־בריוו
בײַם סוף יאָר קריגט די מוזיק־אַדמיניסטראַציע אַ “רעגולירונג־בריוו” פֿון דער רעגירונג וואָס למשל האַלט צילן און עקאָנאָמישע פֿאָדערונגען, און דערצו אויך וויפֿל געלט די אינסטאַנץ וועט קריגן דעם קומעדיקן יאָר (אויף שוועדיש).
דער יערלעכער פֿינאַנץ־באַריכט
דאָ קען מען לײענען דעם לעצטן פֿינאַנץ־באַריכט פֿון דער מוזיק־אַדמיניסטראַציע (אויף שוועדיש).
״רעמיס״־ענטפֿערס
געשיכטע
די מלוכישע מוזיק־אַדמיניסטראַציע איז געגרינדט געוואָרן אין יאָר 2011. אין משך פֿון די יאָר 2021-2011 האָט מען צעטיילט סובווענצן צום פֿרײַען שוועדישן מוזיקאַלישן לעבן דורכן אָפּטייל “מוסיקפּלאַטפֿאָרמען”. פֿאַר אינפֿאָרמאַציע וועגן די סובווענצן צום מוזיקאַלישן לעבן דאַרף מען שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן קולטור־ראָט.